= ליל הושענה רבה =
דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב בזמן רבינו תם אין ביהמ"ד הגדול.
אום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו קריאת משנה תורה,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו,
מען האט געענדיגט אום 11:30.
ארום 11:45 איז דער רב אריינגעקומען אינעם סוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול צום סעודת הושענא רבה,
דער רב האט איינגעלאדנט די אושפיזין און זיך געוואשן צום סעודה,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזויווי יו"ט,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן 'א גוט קוויטל' פאר'ן גאנצן ציבור,
במשכ'ן סעודה האט מען געזינגען פילע ניגוני התעוררות, ניגוני ימים נוראים, און נאך, און דער רב האט מאריך געווען בבכיות.
מיט די שיר המעלות האט דער רב מכבד געווען:
הרה"ח ר' משה דוד גאלדשטיין הי"ו,
הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו,
הרה"ח ר' דוד אהרן וויינשטאק הי"ו.
דערנאך האט דער רב משמיע געווען די פלאם פייערדיגע דרשת הושענא רבה כמנהג אבותינו ורבותינו הקדושים, דברי תורה בדברי התעוררות וכיבושין מיט בכיות נוראות,
דער רב האט אנגעהויבן אז אבותינו ורבותינו פלעגן זאגן דעם דרשת הושענא רבה, אויפדערנאכט, און מיט בכיות, אנגעהויבן פונעם זיידן ז"ל דער הייליגער ישמח משה, און דער רבי ז"ל פלעגט עס זאגן צופרי פאר די הושענות,
דער משל מיט'ן מלך װאס איז געקומען אין שטאט, און ס'איז געווען עטליכע ערליי מענטשן וואס זענען געקומען אין אנדערע צייטן, דער וואס איז אנגעקומען ווען דער מלך געזעגנט זיך שוין פון שטאט, איז א גרויסע בושה, אבער אז ער זאגט אז קומט לכבוד המלכות, קען מען אים נאך אננעמען,
דער רב האט מיט א קול געשטיקט פון טרערן אויסגעטייטשט דעם הושענא למענך אלקינו, לויט ווי דער מהרש''א זאגט אז ווען ס'איז אין שמו שלם ווערט דער אויבערשטער נישט אנגערופן מלך נאר אבינו, זאגט אבער דער ישמח משה אז דאס וואס מיר זאגן ביי יעדע ברכה מלך העולם איז ווייל ס'איז דא נאך א בחינה פון מלוכה, אז דער מלך איז כובש כעסו, ער זאגט נישט אלעס וואס ער האט צו זאגן און ער טוט נישט אלעס וואס ער האט צו טון, מיר ווילן אבער אז ס'זאל שוין זיין וידע כל פעול כי אתה פעלתו וכו' מלכותו בכל משלה, אז ס'זאל זיין שמו שלם וכסאו שלם,
טייטשט דער ישמח משה, והמלך ישמח באלקים, די שמחה אין די מלוכה איז נאר ווען ס'איז בבחינת אלקים, א ריכטיגע ממשלה,
דער ייטב פנים טייטשט הושענא למען רחמיך הרבים לויט ווי דער ישמח משה זאגט יחיד ורבים הלכה כרבים, אז דער אויבערשטער איז דאך א מלך יחיד און כלל ישראל איז א רבים, דארף דער אויבערשטער אויסהערן אידישע וועלט און פאלגן וואס זיי זאגן,
מיט דעם האט דער רב געטייטשט ואני תפילתי וכו' אז מ'זאל שוין זוכה זיין אז די מלכות זאל אנקומען צו מדריגת 'אלקים', מיט די כח וואס אידישע קינדער זענען רוב, ברוב חסדיך, און אזוי אויך איז רבו''ת אנחותי, ס'זאל שוין זיין ענינו באמ''ת ישעיך מיט א ישועה נצחיות.
מיט טרערן האט דער רב ממשיך געווען אז דער אויבערשטער איז א מלך סבלן, ער געבט כוחות פאר א איד אפילו ווען ער איז חלילה חוטא קעגן אים, און מיט דעם האט דער רב געטייטשט כי עמך הסליחה, אז דער אויבערשטער איז מיטן איד בשעת ער זינדיגט און עכ''ז איז ער מוחל דערויף,
דער רב האט געפייערט אז ווען אידן זענען נעבעך און גלות איז עס א בושה פאר מלכות שמים, און מיט דעם אויסגעטייטשט דעם ברוב חסדיך, ווייל רש''י זאגט אז חסד איז א לשון חרפה,
און דער רב האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב אז מ'זאל שוין זוכה זיין צו הערן דעם קול שופר וועלכע וועט אויסשרייען אז דער מלך איז דא צוריק מיט אונז בב''א.
מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הגה"צ ר' ברוך בערגער שליט"א ממישקאלץ,
מען האט געענדיגט ארום 1:05, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב וועט וויילן אויף יו"ט שמיני עצרת און שמחת תורה בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
א גוט קוויטל.
~🌴~

👁 205