🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ז תשרי תשפ״ז · Oct 8, 2026 · 9:00 PM
#3481
ארום 3:45 איז דער רב אריינגעקומען אין חדר האוכל און משמיע געווען א דרשה פאר די תלמידי שיעור ג' וועלכע וועלן דעם קומענדיגן זמן אריינגיין לערנען אין ישיבה לצעירים און פאר די תלמידי ישיבה לצעירים וועלכע וועלן דעם קומענדיגן זמן אריינגיין לערנען אין ישיבה גדולה אין קרית יואל,
דער רב האט אנגעהויבן מיט א ווארט פון רביה"ק בעל דברי יואל זי"ע אז ווען מגייט ארויס פון ביהמ"ד דארף מען זעהן מיטצונעמען די קדושה און אלעס וואס מען האט אריינגעלייגט דארט, און דער רב האט ממשיך געווען מיט דברי הדרכה פאר די בחורים און ארויסגעברענגט אז אפילו מען גייט אריין אין א נייע ישיבה זאל מען זעהן מיטצונעמען די זאכן וואס מהאט געלערנט אין די אלטע ישיבה, נאכדערצו אינזערע ישיבות קטנות און ישיבה לצעירים וואו מען איז קונה א געוואלד, און א פלאץ וואס איז א גרעסערע ישיבה איז דא מער בחורים ווערן די נסיונות גרעסער דארף מען זיך זעהן צו האלטן שטארק אפילו סאיז נישט דא איינער וואס זאל זאגן טוה דאס און טוה יענץ, און מען זאל געדענקען ווער מען איז, און פארשטייט זיך זעהן אנצוהאלטן די אלע לימודים וואס מען האט געלערנט בסדרי הישיבה און בפרט די עולם הבא מסכתא וועלכע איז אוועקגעשטעלט געווארן פאר די ציהל עס מיטצונעמען אויף ווייטער מיט חשיבות.

דער רב האט ארומגערעדט מען זאל האבן די שכל אויסצוניצן די יארן אין ישיבה גדולה און נהנה זיין מאורו הבהיר פון מרן רבינו שליט"א, און נישט פארפאסן די געלעגנהייט פון די לעכטיגע שבתים, און בפרט די טישן וואס מען האט די זכי' אז דער רבי רעכט אפ ספעציעל מיט די בחורים, סיי די דברי תורה, און סיי די שכירות ותשבחות וכו', און אזוי אויך די לאנגע ווארימע שבת צופרי דאווענען וואס מען זעהט נישט אין ערגעץ, און די ווארימע שלו"ס וואס הונדערטער אידן קומען צו גיין פון די ווייטנס ספעציעל פאר דעם, און עס לוינט זיך נישט צו פארפאסן,
אז א בחור פארט אמאל אהיים אויף שבת צוליב א שמחה אד"ג זאל מען עס נישט אנקוקן ווי א ריווח נאר ווי א שאדן,
דער רב האט ממשיך געווען מיט א בקשה אז אזויווי עס איז אים א פערזענליכע שמחה איז ווען סקומט א שמחה מען ווערט א חתן וועט זיין א שמחה אז מען וועט מודיע זיין,
דערנאך האט דער רב געזאגט פאר די תלמידי שיעור ג' אז זיי גייען אריין אין ישיבה לצעירים מיינט עס אז זיי זענען די פאנטרעגער פון די חבורה ווייל די ישיבה קטנה בחורים קוקן ארויס אויף די תלמידי ישיבה לצעירים דארף מען עס האלטן שטארק און חשוב פאר די אויגן,
און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב אז יעדער זאל שטייגן און וואקסן בתוי"ש.

דערנאך האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה ברוב עם אין חדר האוכל.

נאך מנחה איז דער רב אריין בחדרו הפרטי, און די בחורים האבן זיך געוואשן צום סעודה לכבוד הסיום,
נאך עטליכע מינוט איז דער רב אריינגעקומען צום סעודה און הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א האט אויפגעטראטן מיט א דרשה, ארויסברענגענדיג ווי ווייט די חבורה איז אנגעקומען און ער געדענקט נאך פון די ערשטע מעמדים פון די חבורה וואו ער האט אויפגעטראטן און סאיז געווען ממש א קליינע מספר בחורים משא"כ יעצט האט זיך עס אזוי שטארק פארברייטערט מיט הונדערטער בחורים וועלכע זיצן און הארעווען ובפרט איבער די חשובע זאך פון נעמען א עולם הבא מסכתא, און געזאגט אז געווענליך ווען א חבורה עפנט זיך איז דא אסאך חברי החבורה און מיט די צייט ווערט עס ווייניגער, דא איז אבער פארקערט, און עס איז זיכער בכח פון הגה"צ דער רב שליט"א וועלכע לייגט אריין געוואלדיגע כוחות צו הייבן די כח אין אונזערע ישיבות און אריינצולייגן תורה, חסידות והשקפה אין די בחורים.

דערנאך האט דער רב געמאכט א לחיים און אנגעוואונטשן פאר'ן גאנצן ציבור,
דערנאך האט איינער פון די בחורים מסיים געווען א מסכתא ברבים, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע טענץ לכבוד המאורע,
און די מנגנים האבן ממשיך געווען מיט ניגוני תורה, און דער רב האט מעודד געווען די ניגונים.

דערנאך איז פארגעקומען א שאלות ותשובות וואו די בחורים האבן געהאט די געלעגנהייט צו אנפרעגן פארשידענע שאלות בכל תחומי החיים און דער רב האט אויסגעשמועסט אלעס באזונדער פאר א לענגערע צייט,
צווישן אנדערע האט מען גערעדט איבער די נושא פון התחדשות און איבער לערנען זייטיגע מסכתות וכו'.
👁 168
🌴 בצל מורינו 🌴
דאנערשטאג · כ״ז תשרי תשפ״ז · Oct 8, 2026 · 9:00 PM
#3480
🌴בצל מורינו🌴
= דינסטאג פרשת בראשית =

אינדערפרי האט זיך הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ארויסגעלאזט אויפן וועג צום בנין הישיבה דקהילת יעקב פאפא בשכונת רעד הוק נעבן וויליאמסבורג וואו עס איז פארגעקומען דעם גרויסארטיגן 'יום הקצירה' יום שכולו תורה פאר די בחורי ישיבתינו הק' וומ"ס חברי חבורת קדושת יו"ט וועלכע איז נתייסד געווארן און ווערט געפירט דורכ'ן רב שליט"א.

ארום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל הביהמ"ד צו תפילת שחרית ברוב עם,
פארן דאווענען האט דער רב געלייגט תפילין פאר די בר מצוה בחור בן הרה"ג ר' הערשל הורוויץ שליט"א - מנהל ישיבה לצעירים.

נאכן דאווענען האט דער רב משמיע געווען א שיעור תהילים,
דער רב האט ארומגערעדט איבער די השפעה פונעם הייליגן יו"ט סוכות, און מזאל מיטנעמען אלע קבלת טובות אויף ווייטער, בפרט בעניני לימוד התורה און אוודאי מער זיך אריינלייגן צו לערנען די עולם הבא מסכתא וואס די בחורים האבן זיך אונטערגענומען צו לערנען און חזרן, און דאס איז די עבודה פון א בחור נאך יו"ט, זעהן אנצוהאלטן די קבלת טובות,
און דער רב האט ארומגערעדט מיט התרגשות איבער די הייליגע צווייטע טעג סוכות וואס מען האט געהאט די זכי' מיטצוהאלטן בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

דער רב האט ממשיך געווען ארומרעדן די מחזק צו זיין אין די שיעורים הלימוד ובפרט אנצוהאלטן די לימודי הישיבה ,
דערביי האט דער רב געמאלדן די בשורה טובה ומרנינה איבער די התמנות פון די צוויי נייע מנהלים פון די ישיבות קטנות סניף נזר התורה און סניף חכמת התורה וואס ווערן אויפגענומען צום נייעם ווינטער זמן צו קענען בעז''ה ארויפברענגען די צוויי סניפי הישיבת אויף א העכערן שטאפל,
ה"ה הרה''ג ר' שמחה רובין שליט''א - ב''פ - מלפנים מנהל ישיבת געלדצהעלער בן הגה''צ ר' חיים יעקב שליט''א - אבד"ק ציעשנוב ור''י ישיבה גדולה ויואל משה דמוסדתינו הק' ב''פ וחתן כ"ק אדמו''ר מבאבוב 45 שליט''א וואס וועט דינען אלס מנהל ישיבה קטנה סניף נזר התורה, און הרה''ג ר' חיים דוד פאנעט שליט''א - ב''פ בן האדמו''ר מקארלסבורג מאנטריאל שליט''א וואס וועט דינען אלס מנהל ישיבה קטנה סניף חכמת התורה,
און דער רב האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב אז די ביידע מנהלים זאלן קענען בעז"ה פירן די ישיבות על מי מנוחות מיט און קענען מרומם זיין כבוד התורה והיראה און אלע הנהגות וועלכע ווערן פארלאנגט אין אונזערע ישיבות און וועט נמשך ווערן ביתר שאת ועוז אין ישיבה לצעירים.

דער רב האט צוגעענדיגט איבערן תכלית פונעם סדר היום אז מען איז ארויסגעקומען דא צו איבערחזרן די אלטע לימודים און זיך דערנאך שטעלן צום פארהער אויף די לימודים, און דער רב האט מסיים געווען מיט ברכות לרוב.

דערנאך איז דער רב אריין בחדרו הפרטי און עס איז פארגעקומען א מסיבת לחיים מיט די בר מצוה בחור,
עס האט זיך פארמירט א שיינעם שמועס איבער די מנהג אז בחורים לייגן תפילין חוה"מ, און דער רב האט אנגעוואונטשן פארן בר מצוה בחור און פארן מנהל הרה"ג ר' הערשל שליט"א, דערביי האט דער רב געוואונטשן הצלחה פארן נייעם זמן און מען זאל קענען אינאיינעם מרומם זיין די ישיבה בדרכי בתורה והיראה.

דערנאך איז דער רב אהיים לביתו, און דערווייל האט הרה"ג ר' אברהם שווארץ שליט"א און האט אויפגעטראטן מיט א דרשה פאר די בחורים און ארומגערעדט איבער די ציהל פונעם טאג און וויאזוי צו לערנען די גמרא עס זאל אריינגיין אינעם קאפ, און אויסגעטראטן דעם וועג וויאזוי צוזאמצונעמען די לימודים קורצן,
דערנאך ארום 12:30 האבן זיך די בחורים געזעצט אויף א סדר הלימוד פון ארום צוויי אהאלב שעה,
דערנאך זענען אנגעקומען די בוחנים הגה"צ ר' מאיר צוויבל שליט"א - מרבני קהילתינו הק', הרה"ג ר' שלמה שבתי' קענסטענבוים שליט"א - מרבני קהילתינו הק', און הרה"ג ר' אברהם שווארץ שליט"א און הרה"ג ר' דוד גרינפעלד שליט"א - מו"ץ בקהילתינו הק' ק"י, און פארהערט די בחורים יעדער באזונדער פאר א לענגערע צייט, און די בחורים האבן טאקע ארויסגעוויזן די קענטעניסן אין די לימודים.

ארום 3:15 איז דער רב צוריקגעקומען צום יום הקצירה,
ביים אנקומען האט זיך דער רב באדאנקט פאר הנהלת ישיבת פאפא פארן צושטעלן די בנין פארן טאג און אזוי שיין אהערשטעלן אלעס עצהיו"ט,
דער רב איז אריין בחדרו הפרטי און די בוחנים שליט"א זענען אריין איבערגעבן א גריס פונעם פארהער ווי אלע בחורים האבן אזוי גוט געקענט.
👁 157
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ו תשרי תשפ״ז · Oct 7, 2026 · 4:24 PM
#3476
🌴בצל מורינו🌴
שיעור תהילים ע"י הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א נעכטן דינסטאג נאך תפילת שחרית ביים גרויסארטיגן 'יום הקצירה' פאר בחורי ישיבתינו הק' חברי חבורת קדושת יו"ט, וואס איז פארגעקומען אינעם בנין הישיבה דקהלת יעקב פאפא בשכונת רעד הוק נעבן וויליאמסבורג.
~🌴~
🎧
תהילים שיעור אצל יום הקצירה בחבורת קדושת יו"ט ג' בראשית תשפ"זהערט אויף טעלעגראם ↗
👁 189
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ו תשרי תשפ״ז · Oct 7, 2026 · 4:23 PM
#3471
🌴בצל מורינו🌴
הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א ביי תפילת שחרית און דערנאך ביים שיעור תהילים ביים גרויסארטיגן 'יום הקצירה' פאר בחורי ישיבתינו הק' חברי חבורת קדושת יו"ט, וואס איז פארגעקומען נעכטן דינסטאג אינעם בנין הישיבה דקהלת יעקב פאפא בשכונת רעד הוק נעבן וויליאמסבורג.
~🌴~
👁 157
🌴 בצל מורינו 🌴
מיטוואך · כ״ו תשרי תשפ״ז · Oct 7, 2026 · 10:35 AM
#3469
🌴בצל מורינו🌴

"קול רנה וישועה באהלי צדיקים"

ברכת מזל טוב להוד כבוד קדושת מרן רבינו הגה"ק שליט"א ולכבוד הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א לרגל הולדת נכדתם למז"ט, בת הנולדה אצל בנו/נכדו הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט , חתן כ"ק אדמו"ר ממאשלוי שליט"א

~🌴~
👁 427
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ה תשרי תשפ״ז · Oct 6, 2026 · 2:25 PM
#3467
🌴בצל מורינו🌴
= מאנטאג פרשת בראשית - אסרו חג סוכות =

אינדערפרי האט הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א געדאווענט תפילת שחרית אין ביהמ"ד הגדול ק"י אינעם מנין פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

ארום 7:30 נאכמיטאג האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן ר"ת אין ביהמ"ד הגדול ק"י.

שפעטער האט זיך דער רב ארויסגעלאזט אויפ'ן אהיים קיין וויליאמסבורג.

אויפדערנאכט האט זיך דער רב באטייליגט ביים בר מצוה פון בן מוה"ר מתתי' בראך הי"ו אין די זאל פון גינת אסתר,
און ביים בר מצוה פון בן מוה"ר הערש אלימלך פויגעל הי"ו אין די זאלן פון אולם פרענקל.

א גוטן טאג.
~🌴~
👁 167
🌴 בצל מורינו 🌴
דינסטאג · כ״ה תשרי תשפ״ז · Oct 6, 2026 · 11:29 AM
#3457
🌴בצל מורינו🌴
ברייטע דעקונג פון שמחת הכנס"ת אריינגעגעבן דורך הרה"ג ר' חיים הערש טייטלבוים שליט"א - אב"ד ראצפערט בן הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א לע"נ הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע פארגעקומען פארגאנגענעם יום ב' דחוה"מ סוכות אין ביהמ"ד הגדול ק"י בראשות הוד כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.
~🌴~
👁 160
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״א תשרי תשפ״ז · Oct 2, 2026 · 4:06 AM
#3392
= ליל הושענה רבה =

דער רב האט געדאווענט תפילת מעריב בזמן רבינו תם אין ביהמ"ד הגדול.

אום 9:45 איז דער רב אריינגעקומען בהיכל בית מדרשינו הגדול צו קריאת משנה תורה,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו און הרה"ח ר' מענדל מיטטעלמאן הי"ו,
מען האט געענדיגט אום 11:30.

ארום 11:45 איז דער רב אריינגעקומען אינעם סוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול צום סעודת הושענא רבה,
דער רב האט איינגעלאדנט די אושפיזין און זיך געוואשן צום סעודה,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזויווי יו"ט,
נאך די פיש האט דער רב געמאכט א לחיים און געוואונטשן 'א גוט קוויטל' פאר'ן גאנצן ציבור,
במשכ'ן סעודה האט מען געזינגען פילע ניגוני התעוררות, ניגוני ימים נוראים, און נאך, און דער רב האט מאריך געווען בבכיות.

מיט די שיר המעלות האט דער רב מכבד געווען:
הרה"ח ר' משה דוד גאלדשטיין הי"ו,
הרה"ח ר' דוד שמעון פראמאוויטש הי"ו,
הרה"ח ר' דוד אהרן וויינשטאק הי"ו.

דערנאך האט דער רב משמיע געווען די פלאם פייערדיגע דרשת הושענא רבה כמנהג אבותינו ורבותינו הקדושים, דברי תורה בדברי התעוררות וכיבושין מיט בכיות נוראות,
דער רב האט אנגעהויבן אז אבותינו ורבותינו פלעגן זאגן דעם דרשת הושענא רבה, אויפדערנאכט, און מיט בכיות, אנגעהויבן פונעם זיידן ז"ל דער הייליגער ישמח משה, און דער רבי ז"ל פלעגט עס זאגן צופרי פאר די הושענות,
דער משל מיט'ן מלך װאס איז געקומען אין שטאט, און ס'איז געווען עטליכע ערליי מענטשן וואס זענען געקומען אין אנדערע צייטן, דער וואס איז אנגעקומען ווען דער מלך געזעגנט זיך שוין פון שטאט, איז א גרויסע בושה, אבער אז ער זאגט אז קומט לכבוד המלכות, קען מען אים נאך אננעמען,
דער רב האט מיט א קול געשטיקט פון טרערן אויסגעטייטשט דעם הושענא למענך אלקינו, לויט ווי דער מהרש''א זאגט אז ווען ס'איז אין שמו שלם ווערט דער אויבערשטער נישט אנגערופן מלך נאר אבינו, זאגט אבער דער ישמח משה אז דאס וואס מיר זאגן ביי יעדע ברכה מלך העולם איז ווייל ס'איז דא נאך א בחינה פון מלוכה, אז דער מלך איז כובש כעסו, ער זאגט נישט אלעס וואס ער האט צו זאגן און ער טוט נישט אלעס וואס ער האט צו טון, מיר ווילן אבער אז ס'זאל שוין זיין וידע כל פעול כי אתה פעלתו וכו' מלכותו בכל משלה, אז ס'זאל זיין שמו שלם וכסאו שלם,
טייטשט דער ישמח משה, והמלך ישמח באלקים, די שמחה אין די מלוכה איז נאר ווען ס'איז בבחינת אלקים, א ריכטיגע ממשלה,
דער ייטב פנים טייטשט הושענא למען רחמיך הרבים לויט ווי דער ישמח משה זאגט יחיד ורבים הלכה כרבים, אז דער אויבערשטער איז דאך א מלך יחיד און כלל ישראל איז א רבים, דארף דער אויבערשטער אויסהערן אידישע וועלט און פאלגן וואס זיי זאגן,
מיט דעם האט דער רב געטייטשט ואני תפילתי וכו' אז מ'זאל שוין זוכה זיין אז די מלכות זאל אנקומען צו מדריגת 'אלקים', מיט די כח וואס אידישע קינדער זענען רוב, ברוב חסדיך, און אזוי אויך איז רבו''ת אנחותי, ס'זאל שוין זיין ענינו באמ''ת ישעיך מיט א ישועה נצחיות.

מיט טרערן האט דער רב ממשיך געווען אז דער אויבערשטער איז א מלך סבלן, ער געבט כוחות פאר א איד אפילו ווען ער איז חלילה חוטא קעגן אים, און מיט דעם האט דער רב געטייטשט כי עמך הסליחה, אז דער אויבערשטער איז מיטן איד בשעת ער זינדיגט און עכ''ז איז ער מוחל דערויף,
דער רב האט געפייערט אז ווען אידן זענען נעבעך און גלות איז עס א בושה פאר מלכות שמים, און מיט דעם אויסגעטייטשט דעם ברוב חסדיך, ווייל רש''י זאגט אז חסד איז א לשון חרפה,
און דער רב האט אויסגעפירט מיט ברכות לרוב אז מ'זאל שוין זוכה זיין צו הערן דעם קול שופר וועלכע וועט אויסשרייען אז דער מלך איז דא צוריק מיט אונז בב''א.

מיט ברכת המזון האט דער רב מכבד געווען הגה"צ ר' ברוך בערגער שליט"א ממישקאלץ,
מען האט געענדיגט ארום 1:05, און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אויפ'ן וועג קיין קרית יואל וואו דער רב וועט וויילן אויף יו"ט שמיני עצרת און שמחת תורה בצל הקודש פון אביו הגדול כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א.

א גוט קוויטל.
~🌴~
👁 205
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״א תשרי תשפ״ז · Oct 2, 2026 · 4:06 AM
#3391
🌴בצל מורינו🌴
= דאנערשטאג יום ד' דחוה"מ סוכות =

ארום 9:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית ברוב עם,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' הערשל שווארטץ הי"ו,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות, און דער רב האט אפגעראכטן די עבודת הנענועים מיט השתפחות הנפש, ווען דערביי האט דער ציבור געזינגן די ניגונים מבי מדרשא של רבותינו הק' זי''ע כנהוג,
און דערנאך האט דער רב פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס דביקת והתעוררות.

ביים ליינען זענען מכובד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' לייבוש גרינפעלד הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' משה אפרים הערשקאוויטש הי"ו,
כהן: הרה"ג ר' יושע געלב שליט"א - מו"ץ,
לוי: ר' הערשל גרובער הי"ו,
שלישי: הרה"ח ר' אשר ווידער הי"ו - מאנטריאל,
רביעי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
הגבה: הרה"ח ר' נפתלי הירצקא פריעדמאן הי"ו,
גלילה: הרה"ח ר' אברהם יעקב פריעדמאן הי"ו
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הר"ר יואל טויב שליט"א,
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטן מועד, מען האט געענדיגט ארום 12:20.

פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה אין ביהמ"ד הגדול.
👁 153