🌴 בצל מורינו 🌴 Telegram WhatsApp Email Google Chat

🌴 בצל מורינו 🌴

מהנעשה והנשמע בצל הגה"צ אבדק''ק ור''מ סאטמאר וומסב"ג שליט"א בנו בכורו של כ"ק מרן רבינו הגה"ק שליט"א

→ צוריק צו אלע נייעס
🌴 בצל מורינו 🌴
פרייטאג · כ״א תשרי תשפ״ז · Oct 2, 2026 · 2:10 AM
#3389
🌴בצל מורינו🌴
= מיטוואך יום ג' דחוה"מ סוכות =

ארום 9:45 אינדערפרי איז הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א אריינגעקומען בהיכל ביהמ"ד הגדול צו תפילת שחרית ברוב עם,
צום עמוד איז צוגעגאנגען הרה"ח ר' אהרן יודא שווארץ הי"ו,
דער רב האט יורד געווען לפני התיבה צו אמירת הלל און פארגעדאווענט מיט גרויס התעוררות, און דער רב האט אפגעראכטן די עבודת הנענועים מיט השתפחות הנפש, ווען דערביי האט דער ציבור געזינגן די ניגונים מבי מדרשא של רבותינו הק' זי''ע כנהוג,
און דערנאך האט דער רב פארגעזאגט די הושענות מיט גרויס דביקת והתעוררות.

ביים ליינען זענען מכובד געווארן:
הוצאה והכנסה: הרה"ח ר' שלמה אהרן פריעדמאן הי"ו,
בעל קורא: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
כהן: הגה"צ ר' יואל גלאנץ שליט"א - מו"ץ,
לוי: הרה"ח ר' יודל ווערצבערגער הי"ו,
שלישי: הגה"צ אבד"ק צענשקאוויטץ שליט"א,
רביעי: הגה"צ אבדק"ק ור"מ שליט"א,
צו תפילת מוסף איז צוגעגאנגען הגה"צ אבד"ק צענשקאוויטץ שליט"א,
נאכן דאווענען איז דער ציבור אריבער זאגן א גוטן מועד, מען האט געענדיגט ארום 12:25.

פארנאכטס האט דער רב געדאווענט תפילת מנחה און דערנאך תפילת מעריב בזמן ר"ת אין ביהמ"ד הגדול.

ארום 10:15 אויפדערנאכט איז דער רב אריינגעקומען אינעם סוכה הגדולה שע"י ביהמ"ד הגדול צום סעודה רבתי לכבוד שמחת בית השואבה במעמד הונדערטער אנ"ש בתופים ובמחולת,
ביים אריינקומען האט דער רב געטאנצן עטליכע מינוט אויפן פלאץ,
דער רב האט געזאגט די סדר האושפיזין, און זיך געוואשן צום סעודה,
מען האט אויפגעגעבן די מאכלים אזויווי יו"ט,
במשך דעם סעודה האט די קאפעליע געזינגן לענגערע ניגוני יו"ט און דער רב האט מעודד געווען די ניגונים.

דער רב האט משמיע געווען די ערשטע מאל דברי תורה,
דער רב האט אנגעהויבן, תקנו שם תיקון גדו''ל, די מצוה פון סוכה איז מתקן די חטא פון לשון הרע וועלכע ווערט אנגערופן גדול, לשון מדברת גדולות, יוסף הצדיק איז ניצול געווארן פון נחשי''ם ועקרבים, לשה"ר ווערט אנגערופן נחש, מכח לימוד התורה, שבטים האבן געהאלטן אז לשה''ר קען נישט ווערן מכופר,
דער רב האט מאריך געווען איבער דעם אז סוכות איז משפיע אז די אלע השפעות פון ימים נוראים זאל ארויסקומען בהתגלות, אזויווי דער בני יששכר זאגט אז סוכות איז א לשון פון זעהן, און מיט דעם אויסגעטייטשט הגל"ה נא ופרוס חביבי עלי את סוכ"ת שלומיך,
באזונדער האט דער רב ארומגערעדט איבער די גרויסקייט פון שמחה של מצוה וואס דאס איז דאך די גאנצע עבודה אין די טעג, ובפרט אז מיר פרייען זיך מיט דעם אז מיר האבן זיכער גע'פועל'ט אלעס גוטס,
דער רב האט ארויסגעברענגט אז אידישע קינדער נעמען זיך צוזאם בשמחת בית השואבה אינעם יו"ט סוכות וועלכע איז אוועקגעשטעלט אויף שמחה איז זיכער אז מ'וועט זוכה זיין צו הראינ''ו ה' חסדיך, די חסד ה' וועט זיין בהתגלות,
דער רב האט אויסגעפירט אז דער אויבערשטער זאל העלפן אז ס'זאל שוין זיין התגלו"ת כבוד שמים עלינו בב"א.

מיט די שיר המעלות האט דער רב מכבד געווען:
הרה"ח ר' יוסף יצחק גראד הי"ו,
הרה"ח ר' יוסף לייב סאנדער הי"ו,
הרה"ח ר' יוסף קרויס הי"ו,
און מען האט ממשיך געווען צו זינגען ניגוני שמחה און דער רב האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין לכבוד המעמד אינאיינעם מיט די רבנים אויפן אויבנאן.
👁 113